א באריכט אין די ניו יארק טיימס דעקט אויף אז אין די לעצטע וואכן איז אנטשטאנען א שטארקע ריס צווישן פרעזידענט טראמפ און זיין אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס, נאכדעם וואס דער פרעזידענט איז אומצופרידן פון זיין האנדלונג איבער מערערע אנלעגנהייטן הויפטזעכליך איבער דאס וואס - לויט אים - טוט די יוסטיץ דעפארטמענט א שוואכע ארבייט אין פארטיידיגן דעם פרעזידענט און זיין אגענדע, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו די רייזע פארבאט.

דער פרעזידענט מאכט נישט קיין סוד פון זיין אומגעדולדיגקייט צו די לעגאלע פראצעדור ארום די רייזע פארבאט. ער האט אין די לעצטע טעג ארויסגעשיקט עטליכע טוויטס ווי ער טוט זיך בייזערן אויף זיינע לעגאלע ראטגעבער פאר׳ן ״פארוואסערן״ די רייזע פארבאט, און פאר׳ן עס פארמאסקירן אלס בלויז מער פארזיכטיגע ״וועטינג״ און גענוצט די לאנדאנע טעראר אטאקע אלס ביישפיל אז עס פעלט זיך אויס א קאמפלעטע רייזע פארבאט. אבער די ניו יארק טיימס דעקט אויף פון אינערליכע קוועלער אינעם ווייסן הויז אז דער פרעזידענט איז אייגנטליך גאר שטארק אויפגעברויזט אויף סעשאנס און האט אים עטליכע מאל פערזענליך אנגעשריגן.

סעשאנס איז געווען פון די ערשטע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן וועלכע זענען עפנטליך ארויסגעקומען אין שטיצע פון טראמפ, און די צוויי האבן גענאסן פון גוטע באציאונגען, אבער די ערשטע ריס צווישן די צוויי איז געקומען נאכדעם וואס סעשאנס האט זיך אנטזאגט צו אריינרעדן אין די סומאטוכע ארום די רוסישע אויספארשונג, און האט אנגעגעבן אז ער וועט נישט האבן קיין ראלע אין די אויספארשונג וויבאלד ער איז געווען פארבינדען צו די טראמפ קאמפיין. דאס האט געברענגט דערצו אז מען האט געשטעלט א ספעציעלע אויספארשער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל