סענאטאר טשאק גרעסלי האט געשיקט א בריוו צום סעקערטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן צו איבערגעבן פאר סענאט מעגליכע באווייזן וועלכע טוען אונטערשטיצן א באריכט אין בענגלאדעש וועלכע טוט באשולדיגן הילערי קלינטאן אז זי האט אלס סעקערטערי אוו סטעיט פרובירט צו באאיינפלוסן די אויטאריטעטן אין בענגלאדעש צו שליסן א אויספארשונג קעגן א ביישטייערער צום קלינטאן פונדאציע, א געוויסער מוכאמעד יוניס וועלכע איז געווען אונטער אויספארשונג.

די באריכט איז באזירט אויף די עדות׳שאפט פון דער זוהן פונעם פרעמיער מיניסטער, וועלכער וואוינט אין אמעריקע. לויט ווי ער זאגט, האט הילערי קלינטאן אים געסטראשעט אז די איי-אר-עס וועט אריינקוקן אין זיינע פינאנצן אויב ער טוט נישט באאיינפלוסן זיין מאמע צו ענדיגן די אויספארשונג, און צוריקשטעלן מוכאמעד יוניס אויף זיין פאזיציע אלס פארשטייער פון די נאציאנאלע באנק. ער איז באשולדיגט געווארן אין נוצן געלטער פון די באנק וואס זענען געווען באשטימט פאר וואוילטעטיגע צוועקן צו שטיצן זיינע אייגענע צוועקן און זיך אליין בענעפיטירן, אריינגערעכנט א 100,000 דאלערדיגע ביישטייערונג צו די קלינטאן פונדאציע.

דער סענאטאר האט פארלאנגט פון די סטעיט דעפארטמענט צו זעהן אלע דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדען צו דעם פרשה. ״אויב האט די סעקערטערי גענוצט איר איינפלוס צו העלפן מענטשן און זיך אריינמישן אין א אנגייענדע אויספארשונג וואס איז נישט געווען אין די אינטערעסן פון אמעריקאנער אויסערן פאליסי, דאן איז דאס אומאקצעפטירבאר״. דער סענאטאר גרייט זיך אויך אראפצורופן דעם בענגלאדאשער אמבאסאדאר פאר א פארהער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל