די לעצטע נייעס פון וואשינגטאן טוט ברענגען זארג פאר מיליאנען פאמיליעס אין אמעריקע וועלכע זענען לעגאל בארעכטיגט צו רעגירונג הילף און זענען אנגעוויזן אויף פראגראמען אזוי ווי פוד-סטעמפס צו לייגן ברויט אויפ׳ן טיש, און קענען זיך נישט ערלויבן צו שפייזן די פאמיליעס. די עמעזאן פירמע, וועלכע זוכט צו שטופן פאראויס איר ״פריים פראגראם״ וועלכע ערלויבט צו באשטעלן אנליין לעבנסמיטלן פאר ביליג און עס ווערט געליפערט אומזיסט מיט א חודש׳ליכע אפצאהל, האט געמאלדן אז זיי וועלן צושטעלן א דיסקאונט פאר פאמיליעס וועלכע זענען אויף רעגירונגס פראגראמען, און נידערן די חודש׳ליכע אפצאהל פון 11 דאלער צו 6 דאלער אויב קען מען צייגן א אי-בי-טי קארטל. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין גרויסע הילף פאר די פאמיליעס אבער א געניאלע אויסטרעף פון עמעזאן וויאזוי זיך צו איינהאנדלן פאזיטיווע נייעס דעקונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל