עקספּערטן וועלכע אַרבייטן אויף די לעגאַלע פראָנט צו פאַרטיידיגן דעם פּרעזידענט און זיין רייזע פאַרבאָט - וועלכע ווערט יעצט באַטראַכט אין העכסטן געריכט - זענען אַנטוישט געוואָרן צו ליינען אַ טוויט פונעם פּרעזידענט וואָס טוט אונטערמינעווען זייער הויפּט אַרגומענט אין געריכט, און זאָגן אַז זיין קינדערישע געוואוינהייט פון שיסן טוויטס טוט שעדיגן זייערע באַמיאונגען.

ער האָט אין זיינע טוויטס קריטיקירט זיין אייגענע יוסטיץ דעפּאַרטמענט פאַרן נישט באַווייזן צו אינפאָרסירן דעם ״פאַרבאָט״ און געזאָגט אַז עס איז אַ פאַרוואַסערטע ווערסיע פונעם ערשטן פאַרבאָט. דערמיט האָט ער אַרויסגעצויגן דעם טעפּיך פון אונטער די פוס פון די אַדוואקאטן וועלכע האָבן געטענה׳ט אין געריכט אַז עס איז נישט אַ ״פאַרבאָט״ נאָר אַ צייטווייליגע אַדמיניסטראַטיווע אָפּהאַלט אויף וויזעס, און אַז עס איז נישט פאַרבינדען צום ערשטן פאַרבאָט. פּרעזידענט טראָמפּ האָט דאַן נאָכאַמאָל געטוויט - דאָסמאָל שוין נאָכדעם וואָס די אַדוואקאטן האָבן אים געבעטן צו טוישן די רעטאָריק - און אָפענערהייט אַרויס קעגן זיינע אַדוואָקאַטן, שרייבנדיג ״די מענטשן, די ריכטער און די אַדוואָקאטן קענען עס רופן וויאַזוי זיי ווילן, איך וועל עס ווייטער רופן אַ פאַרבאָט״.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל