פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמאָלדן אַז ער וועט אַרויסציען אַמעריקע פון די קלימאַט פאַרשטענדענישן וועלכער זענען געגרייכט געוואָרן אין פּאַריז צווישן אַמעריקע און נאָך 200 לענדער. אונטער די אָפּמאַך דאַרפן אַמעריקאַנער לאָקאַלע רעגירונגען און פאַבריקן נידערן די שטאַפּל פון לופט פאַרפּעסטיגונג און אינוועסטירן מער אין נייע פאָרמען פון ענערגיע וועלכע טוען נישט פאַרפּעסטיגן דעם פּלאַנעט. דער פּרעזידעט זאָגט אַז דאָס לייגט אַרויף אַ פינאַנציעלע לאַסט אויף אַמעריקע און האַלט צוריק עקאָנאָמישע וואוקס.

אָבער דער געוועזענער ניו יאָרקער מעיאָר מייקל בלומבערג האָט היינט אין אַן אויפטריט פאַר די פעלקער פאַראיין געמאָלדן אַז ער אָרגאַניזירט אַ פאַראייניגונג פון אַרום 1,000 רעגירונג באַאַמטע וועלכע נעמען אַריין גאָווערנערס, מעיאָרס, ביזנעסער און אינסטיטוציעס וועלכע וועלן זיך אינאיינעם פאַרפליכטן צו נאָכקומען די רעגולאַציעס און אַזוי אַרום האַלטן אַמעריקע צו די רעגולאציעס אָן דעם וואָס עס ווערט געשטיצט דורך די רעגירונג.

אַזוי אויך האָט דער געוועעזנער מעיאָר געזאָגט אַז ער און נאָך אַ גרופע פילאַנטראָפּן וועלן דעקן די סומע וואָס אַמעריקע האָט געזאָלט ביישטייערן פאַר אָרימערע לענדער אַז זיי זאָלן קענען מאַכן די אַריבערגאנג צו שפּאָרזאַמע ענערגיע.

די קאָאַליציע פאַרמאָגט דערווייל 13 גאָווערנערס, 200 מעיאָר׳ס און עקזעקיוטיוון פון די גרעסטע פירמעס אין אַמעריקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל