די אַטאַקע אין לאָנדאָן איז געווען נאָך אַ ביישפיל ווי דער פּרעזידענט'ס קליינע הענט זענען לייכט אויפן קנעפּל און זיינע טוויטס קענען טיילמאל זיין אומסענסיטיוו און שעדליך פאר אינטערנאַציאַנאַלע באַציאונגען.

די ערשטע טוויט באַלד נאָך די אַטאַקע, האָט דער פּרעזידענט אַרויסגעשיקט נאָך פאַר מען האָט קלאָר געוויסט וואָס גייט פאָר, און געשריבן ״מיר דאַרפן זיין קלוג און פאָרזיכטיג, מיר דאַרפן די רייזע פאַרבאָט, די געריכט מוז עס לאָזן גיין ווייטער״. ער האָט נישט אויסגעדריקט קיין מיטלייד אדער סימפּאַטיע, נאָר גראָב און אָפן געשפּרונגען צו אויסנוצן די אַטאַקע צו שטופּן פאָראויס זיין אגענדע. הערשט מיט עטליכע מינוט שפּעטער - וואַרשיינליך נאָכן קומען אונטער קריטיק - האָט דער פּרעזידענט געשריבן ״וואָס אימער אַמעריקע קען בייהילפיג זיין פאַר ענגלאַנד זענען מיר גרייט, מיר זענען מיט אייך״.

אָבער די אַרגסטע טוויט איז געקומען עטליכע שטונדען שפעטער, ווען דער פּרעזידענט פון אַמעריקע האָט נישט געטראָפן בעסער וועמען צו אַטאַקירן אין ברען פון די אַטאַקע נאָר דעם מעיאָר פון לאָנדאָן, סאַדיק קהאַן, מיט וועמען טראָמפּ האָט שוין אַן אַלטער חשבון. דער מעיאָר האָט אַרויסגעלייגט אַ סטעיטמענט אין וועלכע ער האָט גערופן די לאָנדאָנערס צו אָנגיין ווייטער מיטן לעבן, און האָט געזאָגט אַז ער האָט פולפאַכיג פאַרשטערקערט די זיכערהייט מיט פולע באַוואָפנטע זעלנער, אָבער מען דאַרף נישט זיין אַלאַמירט, מיינענדיג צו זאָגן אַז די אָנוועזנהייט פון זעלנער מיינט נישט אַז עס הערשט אַ באַלדיגער געפאַר. דער פּרעזידענט איז באַלד אַרויס מיט אַ טוויט אין וועלכע ער האָט פאַרדרייט קהאַן׳ס ווערטער. ״7 טויטע, און 48 פאַרוואונדעטע אָבער דער מעיאָר פון לאָנדאָן האַלט אַז מען דאַרף נישט זיין אַלאַמירט״...

נאך אַרגער פון אַלעם איז די פאַקט אַז טראָמפּ האָט אַרויסגעלאזט די טוויטס אָן באַקומען פאָרמאַלע פּרעזידענטליכע בריפיניגס. ער איז געווען פאַרנומען שפּילן גאָלף, און האָט זיך אפילו נישט געקימערט צו אַרויסגעבן אַ נאָרמאַלע סטעיטמענט פון ווייסן הויז ווי עס איז איינגעפירט אין אַזעליכע פעלער. אָבער ער האָט געהאַט צייט צו נאָכאַמאָל אַרויסלייגן אַ טוויט קעגן דעם מעיאָר - אין די ברען פון אַן אַטאַקע אויף זיין שטאָט - און געשריבן אַז זיין ענטפער פאַרוואָס ער האָט געשריבן אַז מען זאָל נישט זיין אַלאַמירט איז צורידערט. דעם פּרעזידענטס אויפפירונג איז שטאַרק קריטיקירט געוואָרן אין ענגלאַנד צווישן אַלע פּאָליטישע פּאַרטייען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל