וואשינגטאן – די טעראר אטאקע וואס האט פאסירט מוצאי שבת אין לאנדאן, איז נעכטן פאליטיזירט געווארן מיט קאמענטארן און אטאקעס פון אלע דירעקציעס. פרעזידענט טראמפ האט זונטאג אינדערפרי ארויסגעשיקט א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער איבער דער אטאקע, ארויסברענגענדיג צווישן אנדערן, אז ער פארשטייט נישט וואס דער לאנדאנער מעיאר (סאדיק קהאן) זאגט אז "מען זאל נישט ווערן אלארמירט", מ'דארף דאך שוין איינמאל ווערן אלארמירט ווען אזעלכע ברוטאלע אטאקעס פאסירן. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז מעיאר קהאן'ס סטעיטמענט, נישט צו ווערן אלארמירט, איז געווען א מעסעדזש צו לאנדאנער איינוואוינער נעכטן אינדערפרי, זיי זאלן נישט זיין דערשראקן פון דער שטארקער פאליצייאישער אנוועזנהייט אויף די גאסן, און טראמפ האט ארויסגענומען מעיאר קהאן'ס סטעיטמענט פון איר אריגינעלן קאנטעקסט. ווען מ'האט אנגעפרעגט ביי מעיאר קהאן'ס אפיס א רעאקציע צו טראמפ'ס אטאקע אויף אים, האט א ווארטזאגער געזאגט אז דער מעיאר האט פיל וויכטיגערס צו טאן ווי צו רעאגירן צו א מיסאינפארמירטן מעסעדזש פונעם אמעריקאנער פרעזידענט.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל