וואשינגטאן – "די הילל" פאליטישע נייעס פובליקאציע האט נעכטן פארעפנטליכט אן ארטיקל אין וועלכע זיי ברענגען ארויס אז פילע איינפלוסרייכע דעמאקראטישע פארטיי פיגורן ווילן, אז פרוי קלינטאן זאל פארשוואונדן ווערן פון דער מאפע. פרוי קלינטאן האט לעצטנס געגעבן עטליכע רעדעס, אין וועלכע זי האט באשולדיגט דעם און יענעם איבער איר פארלוסט, אנגעהויבן פון רוסלאנד, די עף-בי-איי, דזשעימס קאומי, העקערס און די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט, און רעאגירנדיג דערצו האבן ארום פופצן דעמאקראטישע פארטיי פיגורן געזאגט אז ס'איז פארשטענדליך אז פרוי קלינטאן שפירט אז זי מוז ערקלערן פארוואס זי האלט אז זי איז נישט שולדיג אויף איר וואל פארלוסט, אבער ס'איז צייט אז זי זאל נאכטאן וואס באראק אבאמא טוט יעצט, און אפטרעטן פון דער פובליק פלאטפארמע. די דעמאקראטן, וועמען "די הילל" האט אינטערוויואירט, האבן אלע געזאגט אז קלינטאן'ס יעצטיגע רעדעס און באשולדיגונגען וועט נאר שעדיגן לאנגטערמיניג די דעמאקראטן.

הוסף רשומת תגובה