ווערמאנט – באאמטע אינעם "לעיק טשעמפלעין מעריטיים מוזעאום" וועלן אין די קומענדיגע וואכן אונטערנעמען די שווערע ארבעט פון ארויפשלעפן א היסטארישע שיף פון די טיפענישן פון טשעמפלעין טייך, וועלכע פליסט צווישן אמעריקע און קאנאדע, לענגאויס די סטעיטס ניו יארק און ווערמאנט, און דער מוזעאום וועט פרעזערווירן די היסטארישע שיף און עס ארויסשטעלן פאר'ן פובליק צו זען. די רעדע איז פון דער "ספּיטפייער" שיף, וועלכע איז געבויעט געווארן דורכ'ן גענעראל בענעדיקט ארנאלד, וואס האט געקעמפט אויף דער זייט פון די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן קעגן דער בריטישער אימפעריע ביים רעוואלוציאנערישן קריג, וואס האט זיך געענדיגט מיט דער גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן (וואס אגב האט ארנאלד דעפעקטירט אין יאר 780' און איז אריבער צו די בריטישע). ארנאלד און זיינע זעלנער זענען געפארן מיט דער שיף אין יאר 777' אין טשעמפלעין טייך און האבן געשפילט א קריטישע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג ביים "קאמף פון וואלקור איילענד", בעפאר'ן זינקען צו די טיפענישן צוליב די פילע לעכער וואס זי האט באקומען אין לויף פונעם קאמף. יענער קאמף האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג, וויבאלד נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן האבן עס געוואונען האט פראנקרייך אנערקענט די זעלבסטשטענדיגקייט פון די פאראייניגטע שטאטן.

הוסף רשומת תגובה