סאקראמענטא – נעכטן האט מען געהערט שארפע קריטיק אויפ'ן קאליפארניער טורמע סיסטעם, נאכדעם וואס א באריכט האט געצייגט אז די קאסטן פון די טורמעס אין דער סטעיט און דאס אויפהאלטן די ארעסטאנטן ווערן אלס מער און מער אויפגעשוואלן. לויט'ן באריכט, קאסט יעצט פאר דער סטעיט 75,560 דאלער א יאר אויפצוהאלטן יעדעס איינע פון די הונדערט און דרייסיג טויזנט ארעסטאנטן אין די סטעיט טורמעס, וואס איז די טייערסטע פון סיי וועלכע אנדערע סטעיט. די קאליפארניער סטעיט טורמע סיסטעם ליידט שוין פון פראבלעמען לאנגע יארן, און טורמע אינדוסטריע אדוואקאטן האבן געזאגט אז מער רעגירונג געלטער וועט רעפארמירן דעם סיסטעם, אבער למעשה איז רוב פון די געלטער העכערונגען געגאנגען פאר העכערע געהעלטער פאר טורמע וועכטער, און דאס אויפנעמען מער טייערע מעדיצינישע שטאב. קאליפארניע איז שוין אויך געקלאגט געווארן עטליכע יאר צוריק דורך דער פעדעראלער רעגירונג פאר'ן נישט אויספאלגן די פעדעראלע רעגולאציעס איבער וויפיל ארעסטאנטן עס מעגן זיך געפינען פער טורמע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל