וויסקאנסין – אמעריקאנער פארמערס פון אייאווע, וויסקאנסין און עטליכע אנדערע סטעיטס, האבן אונטערגענומען א קאמף קעגן פרעזידענט טראמפ׳ס פארגעשלאגענעם בודזשעט פאר דער פעדעראלער רעגירונג. דער בודזשעט איז פארעפנטליכט געווארן מיט איבער א וואך צוריק, און צווישן די פארשידענע שניטן וועט אויך געשניטן ווערן די ספעציעלע סובסידיעס וואס די פעדעראלע רעגירונג טיילט יערליך אויס פאר פארמערס, וויבאלד די פארם אינדוסטריע פלאגט זיך שוין לאנגע יארן. די פארמערס וועלכע האבן זיך פאראייניגט זאגן, אז די בודזשעט שניטן וועט ממש מאכן אוממעגליך פאר זיי אנצוגיין, און אויך צייגן זיי אן אויפ'ן פאקט אז טראמפ וועט שניידן 5 טויזנט דזשאבס פון דער פעדעראלער אגריקולטור דעפארטמענט, אז דאס וועט זיי אויך נעגאטיוו אפעקטירן, ווייל זיי וועלן מער נישט האבן אזויפיל הילף.

הוסף רשומת תגובה