מאנהעטן – נעכטן האט ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, וועלכע האט דערקלערט אז די סיטי וועט זיך האלטן פארפליכטעט צו די רעגולאציעס און צוימונגען וואס דער "פאריז קלימאט טויש" אפמאך האט אוועקגעשטעלט, טראץ וואס טראמפ האט ארויסגעצויגן די פאראייניגטע שטאטן פונעם אפמאך. רעפובליקאנער אין ניו יארק האבן אבער אנגעצייגט אז דעבלאזיא איז היפאקריטיש דערמיט וואס ער קעמפט אזוי פאר דער אישו פון גלאבאלער אנווארעמונג און רופט אלע ניו יארקער צו שניידן די מאס שעדליכע פּאלושען. די רעפובליקאנער צייגן אן אויפן פאקט אז יעדן אינדערפרי פארט דער מעיאר מיט זיין גרויסן "עס-יו-ווי" אויטא, וואס פארנוצט גאר א סאך געזאלין, גאנצע צוועלף מייל צו א טייערן איבונגען צענטער, אין דער צייט וואס ער האט אן איבונגען צענטער קוים 3 בלאקס אפגערוקט פון "גרעיסי מענשאן", וואו דער מעיאר וואוינט מיט זיין פאמיליע, און אהין קען ער גיין צופיס.


הוסף רשומת תגובה