ניו יארק סיטי – ציפערן פון ניו יארק סיטי העלט דעפארטמענט צייגן אז ניו יארקער בירגער לעבן מיט א דורכשניט פון איינס און א האלב יאר לענגער ווי מיט 10 יאר צוריק, און מיט גאנצע 9 יאר לענגער ווי 25 יאר צוריק. די לעבנס-דערווארטונג פון א ניו יארק סיטי איינוואוינער האלט היינט ביי 81.2 יאר, וואס איז גאר אלט, קוקנדיג אין פארגלייך צו יאר 990' ווען עס איז געווען בלויז דערווארט אין דורכשניט אז א ניו יארקער לעבט 72 יאר. פון יאר 06' ביז יאר 15' איז די ראטע פון ניו יארק סיטי איינוואוינער וועלכע שטארבן פון קרענק געפאלן מיט ניינצן פראצענט, און אין דער זעלבער צייט צייגן די ציפערן אז דער פראצענט ניו יארקער איינוואוינער וועלכע זענען הונדערט פראצענט געזונט, בסייעתא דשמיא, איז געשטיגן אין די לעצטע צען יאר מיט 18 פראצענט. די פרישע ציפערן צייגן אבער אויך עפעס נישט אזוי געשמאק, אז דאס לאנג-לעבן אין ניו יארק סיטי האט צו טאן מיט דער געגנט, ווען די מאנהעטענער איינוואוינער קענען דערווארטן צו לעבן מיט א דורכשניט פון צען יאר לענגער ווי איינוואוינער אין בראונסוויל, ברוקלין און אין די סאוט בראנקס – וואס באדייט אז ארימע געגנטער האבן א קורצערע לעבנס-דערווארטונג.


הוסף רשומת תגובה