וואשינגטאן – מען הערט אז ביזנעסלייט און אינוועסטירער איבער'ן לאנד זענען שטארק דערשראקן איבער דער מעגליכקייט אז דער וואוקס פון דער אמעריקאנער עקאנאמיע פון די לעצטע פאר יאר, האט זיך מעגליך אפגעשטעלט. דאס קומט נאכדעם וואס פארלאפענעם פרייטאג האט דער פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט פארעפנטליכט די דזשאבס ציפערן פונעם מאנאט מאי, און עס צייגט אז עס זענען צוגעקומען בלויז 138 טויזנט דזשאבס, אין דער צייט וואס מ'האט דערווארט כאטש 180 טויזנט נייע דזשאבס. דער פראצענט פון וויפיל אמעריקאנער עס זענען ארבעטסלאז איז געפאלן צו בלויז 4.3 פראצענט – די נידריגסטע אין זעכצן יאר – אבער נישט צוליב קיין פאזיטיווע זאך, נאר ווייל פילע ארבעטסלאזע אמעריקאנער האבן אויפגעגעבן מיטן בכלל זוכן א דזשאב, וואס דעריבער זענען זיי אפיציעל מער נישט גערעכנט געווארן אלס ארבעטסלאז, לויט די פעדעראלע חשבונות פון אויסרעכענען די מאנאטליכע דזשאבס ציפערן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל