אַ פּאָליציי אָפיציר אין ברוקלין איז שווער פאַרוואונדעט געוואָרן, ווען 2 פּאַרשוינען האָבן אים איבערגעטרעטן מיט אַ קאַר וועלכע זיי האָבן גע'גנב'עט.

די ברוקלין אָפיציר, אַ פאַרהייראַטע פאָטער פון אַ 2-יעריגע מיידל, איז אין אַ קריטישע צושטאַנד נאָכדעם וואָס אַ יונג, פירענדיג א דרייווינג אַ גע'גנב'עטע קאַר, האָט אים געשלעפּט מער ווי צוויי גאַסן, האָבן פּאָליציי קוואַלן געזאָגט.

אָפיציר דאַלש וועוו (Dalsh Veve), פינעף און דרייסיג יאָר אַלט, האָט אַרויסגעשאָסן פון זיין ביקס צוויי מאָל ווען ער איז געשלעפּט געוואָרן איבער די גאַס אין מזרח פלעטבוש, שלאָגענדיג דעם 15-יעריגער דרייווער, דזשאָסטין מורעל (Justin Murrell), אין די פּנים, האָבן קוואַלן געזאָגט. דער יונג איז געווען אין אַ ערנסטע צושטאַנד און איז ערוואַרטעט צו איבערלעבן.

ביידע יונגן זענען אַרעסטירט געוואָרן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל