פּרעזידענט טראָמפּ האָט מאנטאג געמאָלדן אַ פּלאַן צו פּריוואַטייזירן די לאַנד'ס לופט פאַרקער קאָנטראָל סיסטעם - אַ אַקט וואָס וועט אַראָפּנעמען די אַרבעט פון טרעקן און פירן עראָפּלאַנען פון די פעדעראַלע אַוויעשאָן אַדמיניסטראַציע.

"היינט שלאָגן מיר פאָר צו נעמען אמעריקאנער לופט טראַוועל צו די צוקונפט, ענדליך," האָט טראָמפּ געזאָגט.

די לאַנד'ס לופט פאַרקער קאָנטראָל סיסטעם איז דיזיינד געוואָרן ווען אַסאַך ווייניגער מענטשן זענען געפלויגן, האָט טראָמפּ געזאָגט, רופענדיג עס "סטאָק, ווייטאָגליך, אין די פאַרגאַנגענהייט". ער האָט אויך גערופן דעם סיסטעם "אַלטמאָדיש, צעבראָכן, פאַרצייטיש" און "שרעקלעך" און האָט געזאגט אַז זיין רעפאָרמען וועלן עס מאַכן זיכערער און מער פאַרלעסלעך.

די עף.עי.עי האָט געאַרבעט צו אָפּגרעידן איר סיסטעם, אָבער טראָמפּ און אנדערע קריטיקירער זאָגן עס האָט גענומען צו לאַנג. "אמת'דיג, זיי האבן נישט די מינדעסטע מושג וואָס זיי טוען," האָט טראָמפּ געזאגט. "א טאָטאַלע געלט פאַרשווענדעניש."

פּרייוואַטאַזיישאָן פון די לופט פאַרקער קאָנטראָל איז אַ געדאַנק שוין לאַנג שטיצט דורך רוב פון די קאָמערשאָל ערליינס. פירער פון די קאָמפּאַניס האָבן זיך באַטייליגט מיטן די פּרעזידענט ביי די ווייסע הויז מעלדונג פון די פּלאַן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל