וואשינגטאן – דער אמעריקאנער האלאקאוסט מעמאריעל מוזעאום, סטאנציאנירט אין וואשינגטאן די-סי, האט געמאלדן אז זי האט שוין פובליצירט די סאמע ערשטע צוויי בענדער פון איר ענציקלאפעדיע פון אלע געטאס, קאנצענטראציע לאגערן, צוואנגס ארבעט לאגערן און טויט לאגערן, וואס די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעשטעלט אין לויף פון די יארן פון דער צווייטער וועלט קריג. דער פראיעקט אהערצושטעלן אזא ענציקלאפעדיע איז אונטערגענומען געווארן אין יאר 01', מיט'ן ציל צו האבן א גענויע ליסטע פון יעדעס קליינע געטא און לאגער וואס האט נאר עקזיסטירט אין יענע יארן – וואס ביז היינט איז עס נאכנישט געווען מסודר אין שיינע בענדער אויפאמאל, אויף א לייענבארער ענגלישער שפראך. די ערשטע צוויי בענדער דעקן די לאגערן און געטאס וואס די נאציס האבן אוועקגעשטעלט אין דייטשלאנד גלייך נאכ'ן אריינקומען אין מאכט, און די לאגערן און געטאס אין מזרח אייראפע. די גאנצע ענציקלאפעדיע וועט עווענטועל באשטיין פון 7 בענדער און וועט דעקן 42,500 געטאס און לאגערן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל