דאָס ווייסע הויז דעפּיוטי פּרעסע סעקערטאָרין סעראַ האָקעבי סאַנדערס האָט היינט געברענגט אַן אנדע צו די שפּעקולאַציעס וועלכע האָבן צירקולירט אין וואַשינגטאן אַז דער פּרעזידענט גרייט זיך מעגליך צו נוצן זיין עקזעקיוטיווע מאַכט און צוריקהאלטן דעם אָפּגעזאגטן עף-בי-איי דירעקטאָר דשעימס קאָומי צו אויפטרעטן פאָרנט פון די סענאַט שפּיאָנאַזש קאמיטע, אין וועלכע ער וועט ווערן אויסגעפרעגט איבער די רוסלאַנד אויספאָרשונג און איבער די אָנגעבליכע פּרואוון פונעם פּרעזידענט צו טאָרפּעדירן די אויספארשונג.

די דעפּיוטי פּרעסע סעקערטאָרין האָט געזאָגט אַז דאָס ווייסע הויז וועט זיך נישט אַריינמישן, וואָס מיינט אַז די אויפטריט פון קאָומי וועט ווייטער גיין ווי געפּלאַנט. די צוגרייטונגען צו די אויספאָרשונג איז גאָר שטאַרק, וויבאַלד קאָומי האָט זיך נאָכנישט געלאָזט הערן זינט ער איז געוואָרן אַרויסגעוואָרפן, און מען ערוואַרטעט אַז ער זאל באַשטעטיגן אָדער אָפּלייקענען באַריכטן וועלכע קענען זיין גאָר שעדליך פאַרן פּרעזידענט. אַריינגערעכנט אַז ער זאָל האָבן געלייגט דרוק אויף אים צו ענדיגן די רוסלאַנד אויספאָרשונג, און אז ער זאָל אים צוזאָגן ״געטריישאַפט״ און אַזוי אויך וואַרט מען צו הערן איבער די אַזויגערופענע קאָומי נאָטיצן אין וועלכע ער האָט זיך פאַרצייכנט זיינע שמועסן מיטן פּרעזידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל