דאָס העכסטע געריכט האָט נעכטן געמאָלדן אַז זיי וועלן אָננעמען די אָנקלאַגע פון אַ פאַרברעכער אין מישיגען וועלכע זאָגט אַז די מיטלן מיט וועלכע די פּאָליציי איז אַרויפגעקומען אויף זיינע שפּורן טוט פאַרלעצן זיינע קאָנסיטיטוציאַנאַלע און בירגערליכע רעכטן, נאָכדעם וואָס די פּאָליציי האָט באַקומען פון די סעלפאָון קאָמפּאַני אַ באַריכט איבער זיינע באַוועגונגען ווי אימער ער איז געגאַנגען.

די סעלפאָון פירמעס קענען נאָכגיין אַ מענטש ווי ער געפונט זיך יעדע ליאַדע מינוט דורך נאָכגיין מיט וועלכע סעלפאָון טורעמס זיין סעלפאָון איז פאַרבינדען. דאָס ערמעגליכט צו נאָכגיין די באַוועגונגען פון אַ מענשט, און זיי טוען דאָס מיטטיילן מיט די פּאָליציי אויב איז פאַרהאַן אַ געריכטליכע ערלויבעניש. אָבער דער פאַרברעכער זאָגט אַז אַזאַ פאַרלעצונג פון פּריוואַטקייט פאָדערט אַז די אויטאָריטעטן זאָלן קענען אָנגעבן אַ פּונקטליכע סיבה פאַרוואָס זיי דאַרפן די אינפאָרמאַציע און זאָלן עס קענען באַקומען נאָר נאָכדעם וואָס יענער איז דער וואַרשיינליכער פאַרדעכטיגטער.

די פעדעראַלע רעגירונג האָט פּרובירט צו אינטערווינירן ביים העכסטן געריכט אַז זיי זאָלן נישט אָננעמען דעם קעיס, וויבאַלד די אינפאָרמאַציע ווערט סיי ווי סיי מיטגעטיילט מיט אַנדערע (אַדווערטייזערס) טוט עס נישט קוואַליפיצירן אַלס פריוואַטע געהיימניסן. אָבער די ריכטער האָבן געזאָגט אז וויבאַלד עס האַנדלט זיך פון אַ נייע מציאות, פאָדערט זיך צו אַריינקוקן דערין, און זיי וועלן אין די קומענדיגע וואָכן אַוועקשטעלן אָנווייזונגען איבער דעם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל