אַ וואָך פאַר אָרלאַנדאָ צייכנט אָפּ אַ יאָר פון די בלוטיגע טעראָר אַטאַקע שיסעריי אין וועלכע 49 זענען אומגעקומען, האָט די שטאָט היינט מיטגעמאַכט נאָך אַ בלוטיג שיסעריי, דאָסמאָל וואַרשיינליך נישט פאַרבינדען צו קיין טעראָר. די אינצידענט האָט זיך אָפּגעשפילט היינט 8 אזייגער אינדערפרי ווען אַ 45 יעריגער פּאַרשוין איז אַריינגעקומען אין די ״פיאַמע״ פאבריק (Fiamma Inc) - וועלכע פאַבריצירט רעגן-דעכער (awning) - און האָט געעפנט פייער אויף די אָנוועזנדע און אומגעברענגט 5, און פאַרוואונדעט נאָך 7.
פּאָליציי האָט באַשטעטיגט אַז דער פּאַרשוין איז געווארן אָפּגעזאָגט פון אַרבייטן אין די פאַבריק און עס האַנדלט זיך פון אַ נקמה אַטאַקע. דער פּאַרשוין האָט אויך אַ רעקאָרד פון מילדע פאַרברעכן, אַריינגערעכנט פיזיש אָנגרייפן אַרבייטער אין די זעלבע פאַבריק מיט עטליכע יאָר צוריק.

הוסף רשומת תגובה