זעה די בילדער און ווידיאָס
אַ כוואַליע פון פּראָטעסטן האָבן אויסגעבראָכן אין פּאָרטלענד אָרעגאָן אין ליכט פון די שוידערליכע אינצידענט אין וועלכער אַ ווייסער ראַסיסט האָט אומגעברענגט צוויי מענטשן נאָכדעם וואָס זיי האָבן צוריקגעהאַלטן פון אַטאַקירן אַ מוסלעמענער מיידל; אַ אינצידענט וועלכע האָט אויפגעשוידערט די שטאָט. אָבער די ווייסע עקסטרעם רעכטע ראַסיסטן שפּירן אַז זיי ווערן באַקריוודעט צוליב די אינצידענט און מען נעמט פון זיי אַוועק דאָס פרייהייט פון וואָרט, און האָבן זיך אַרויסגעלאָזט מיט ווילדע פּראָטעסטן איבער די גאַסן פון פּאָרטלענד מיט ראַסיסטישע שילדן און פּראָ-טראָמפּ טאָוולען, אַ זאַך וועלכע האָט אויסגערופן צאָרן ביי פולע איינוואוינער וועלכע האָבן אָרגאַניזירט אַ קאָנטער פּראָטעסט, און גאַנץ שנעל זענען די פּראָטעסטן פאַרוואַנדלט געוואָרן אין כאַאָטישע גאַסן-געשלעגן. דער מעיאָר האָט געהאַט געבעטן שוין פון פאָראויס אַז מען זאָל נישט געבן קיין פּערמיט פאַר די רעכטע ראַלי, אָבער פּאָליציי האָט אָפּגעזאָגט זיין ביטע, און אַלס רעזולטאַט זענען עטליכע געשעדיגט געוואָרן און פולע אַרעסטירט געוואָרן.

בילדער

הוסף רשומת תגובה