שטייענדיגע 50 יאָר נאָך די ״זעקס טאָגיקע קריג״ ווען מדינת ישראל האָט אין אַ קורצע קריג באַזיגט דריי מעכטיגע אַראַבישע אַרמייען, אַ קריג וועלכע האָט געפאָרעמט די געאָ-פּאָליטישע רעאַטליטעט אין מיטל מזרח, איז די ״וואָודראָו ווילסאָן אינסטיטוציע״ אַרויסגעקומען מיט אַ גאָר אינטרעסאַנטע אויפדעקונג וואָס איז געווען גענצליך אומבאַקאנט ביז היינט. נעמליך איבער אַ פּלאַן פון מדינת ישראל צו נוצן אַן אַטאָמישע באָמבע איבער דעם סיני מדבר צו אָפּשרעקן די עגיפטּישע אַרמיי. דאָס איז געווען אַ פּלאַן וועלכע איז געווען גרייט אין פאַל מדינת ישראל האַלט ביים באַזיגט ווערן.

די יונגע מדינה וועלכע האָט זיך געטראָפן פּלוצלינג אַטאַקירט אויף דריי פראָנטן פון גרויסע אַראַבישע אַרמייען, האָט געפאָרכט אַז די מדינה וועט נישט איבערלעבן אָן נוצן אַ מאַכטפולע אַטאָמישע באָמבע, די אַרמיי האָט שוין געהאַט אָנגעגרייט דריי נוקלעאַרע באָמבעס. אָבער דאַן האָט מדינת ישראל באַקומען אַ סטראַטעגישע אויבערהאַנט און באַזיגט די קריג. די אַפּעראַציע, וועלכע איז געווען אָנגעגרייט, האָט געהייסן ״מצבע שמשון״, וועלכע טוט אָנדייטן אַז דאָס איז א7 געפאַרפולע מיסיע פאַר ביידע זייטן, און קען זיך ענדיגן גאָר קאַטעסטראָפאַל אַזוי ווי אין די געשיכטע פון שמשון פון ״תמות נפשי עם פּלשתים״. די מדינת ישראל נוקלעאַרע פּראָגראַם איז אַריין אין קראַפט בלויז אין יאר 1966, און די אַראַבישע וועלט האָט נאָכנישט געוויסט איבער איר עקזיסטענץ.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל