פּאָליציי אין לאָנדאָן האָבן היינט פאַרעפנטנליכט די נעמען פון צוויי צווישן די דריי טעראָריסטן וועלכע האָבן דורכגעפירט דעם שוידערליכן אַטאַקע דעם מוצאי שבת אין צענטראל לאָנדאָן אין וועלכע 7 זענען אומגעקומען און נאָך 48 זענען פאַרוואונדעט געוואָרן. איינער איז חוראַם שאַזאַד באָט (Khuram Shazad Butt), א 27 יעריגער פּאַקיסטאַנער געבוירענער בריטישער בירגער, און דער צווייטער איז ראַשיד ראַדואַנס (Rachid Redouane), אֶ 30 יעריגער וועלכע ווערט געגלויבט צו זיין פון ליבישער אַדער מאָראָקאַנישער אָפּשטאם. דערווייל האָבן זיי נישט אידענטיפיצירט דעם דריטן טעראָריסט און געזאָגט אַז עס גייען נאָך אָן אויספאָרשונגען צו באַשטעטיגן זיין אידענטיטעט.

ביידע האָבן געוואוינט אין די זעלבע געגענט אין מזרח לאָנדאָן, אַרום אַ האַלבע שעה אַוועק פון די אַקט פון די אַטאַקע. איינע פון די צוויי אַטאַקירער איז שוין געווען אונטער פּאָליצייאישע אויספאָרשונג אין 2015, אָבער פּאָליציי זאָגט אַז זיי האָבן נישט געהאַט קיין שום אָנדייטונג אַז ער קען מעגליך פּלאַנירן אַן אַטאַקע. שכנים פון דעם פּאַרשוין - חוראַם שאַזאַד באָט - זאָגן אַז זיי האָבן עטליכע מאָל באַריכטעט צו די פּאָליציי אַז ער איז וואַרשיינליך פאַרדעכטיגט, ספּעציעל אין די לעצטע תקופה האָט ער זיך אויפגעפירט גאָר רעליגיעז און ראַדיקאַל. ער איז אפילו געוואָרן געוויזן אויף די בריטישע טעלעוויזיע אין אַ פּראָגראַם וועלכע האָט זיך גערופן ״דשיהאַדיסטן אין אונזער געגענט״.

די פּאָליציי וואַרפט אָפּ די קריטיק און זאָגן אַז זיי באַקומען טויזנטער אַזעלכע רופן, און זיי האָבן יעצט אָפן טויזנטער אויספאָרשונגען אויף אינדיווידועלן וועלכע זענען ״מעגליך פאַרדעכטיגט״ און עס איז נישט מעגליך צו נאָכגיין יעדע אַזאַ רוף נאָר אויב עס איז פאַרהאַן פאַרלעסליכע אינפאָרמאַציע אַז דער יעניגער וויל אָדער פּלאַנט צו דורכפירן אַן אַטאַקע. און פּאָליציי צייגט אָן אַז די פּאָליציי האָט אייגנטליך געטון אַ גאָר געלונגענע אַרבייט, און עס האָט נישט גענומען מער ווי אַכט מינוט פון ווען די אַטאַקע האָט אָנגעהויבן ביז אַלע טעראָריסטן זענען געווען דערשאָסן צום טויט.

בילד: חוראַם שאַזאַד באָט (רעכטס) און ראַשיד ראַדואַנס (לינקס)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל