פאליציי אין לאנדאן האט אידענטיפיצירט דעם דריטן טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די שטעכעריי אטאקע אין לאנדאן דעם מוצאי שבת, אן אטאקע וועלכע האט איבערגעלאזט 7 טויטע און 48 פארוואונדעטע. דער טעראריסט איז יוסעף זאגבע (Youssef Zaghba), א 22 יעריגער איטאליענער פון מאראקאנער אפשטאם. ער איז שוין פארהאלטן געווארן איינמאל אין א לופטפעלד אין איטאליע ווי מען האט געפונען ביי אים אייסיס פראפאגאנדע מאטריאל, און מען האט אים נישט ארויפגעלאזט אויפן פליגער קיין אינסטאנבול, פון ווי ער האט ווארשיינליך געוואלט פארן קיין איראק אדער סיריע זיך צו אנצושליסן מיט אייסיס.

די פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי וואס שטייט אויס ווידערערוויילונג אין נאך 2 טעג, האט נעכטן קריטיקירט די פאליציי און געזאגט אז זי ערווארטעט א גרונטליכע אויספארשונג וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן. דאס קומט טראצדעם וואס די פאליציי האט גאנץ פלינק רעאגירט, און בלויז 8 מינוט נאך די אנהייב פון די אטאקע זענען אלע 3 געווען טויט. די פאליציי גייט דערווייל אן מיט ארעסטירן און אויספארשן נאנטע פון די טעראריסטן, אבער דערווייל זענען אלע 12 וואס זענען פארהאלטן געווארן שוין געווארן ארויסגעלאזט. אין די זעלבע צייט האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז 34 פון די פארוואונדעטע געפונען זיך נאך אין שפיטאל, 15 פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

Image result for london terrorist third




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל