ניו דזשערסי – א מאדנע זאך: עמיצער האט געדרייווט שיכור'ערהייט, און די רעגירונג באלוינט אים יעצט דערפאר מיט 140 טויזנט דאלער! דאס האט פאסירט אין אושען סיטי, ניו דזשערסי, וואו א דרייווער איז אפגעשטעלט געווארן פאראיאר דורך די פאליציי, וואס האבן געזען ווי ער דרייווט גאר ווילד און איז א געפאר פאר אנדערע מאטאריסטן און פיסגייער אויף די גאסן. נאכ'ן ארעסטירט ווערן, האט דער פארשוין נישט געוואלט לאזן מ'זאל נעמען דעם רוטינעם אלקאהאל-שטאפל טעסט, און די פאליציי איז געווען געצוואונגען אים אריינצופירן אין שפיטאל, וואו מען האט געמאכט דעם טעסט אין איילעניש און געצוואונגענערהייט. דאס האט געפירט אז דער פארשוין האט עווענטועל באקומען די "מורסא" אינפעקציע, וואס ער האט שפעטער געקלאגט די סיטי באאמטע אז ער האט עס באקומען צוליב דער געצוואונגענער באהאנדלונג פון די פאליציי און שפיטאל שטאב. די סיטי רעגירונג האט מסכים געווען צו שליכטן דעם קעיס אינדרויסן פון געריכט און וועט באצאלן פאר'ן פארשוין 140 טויזנט דאלער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל