וואשינגטאן – עלטערע מענטשן וועלכע עסן מער פייבער, האבן א קלענערע ריזיקע פון אנטוויקלען קניען ווייטאגן און שטייפקייטן וואס קומען פון ארטרייטיס. לויט א לעצטיגע שטודיע. פארשער ווייסן שוין לאנג אז א דיעטע וואס איז רייך אין פייבער, האט שטארקע געזונטהייט בענעפיטן, אריינגערעכענט נידריגערע קאלעסטעראל, בעסער קאנטראלירטע בלוט צוקער שטאפלען, און נידריגערע וואג, אבער רוב אמעריקאנער באקומען נישט גענוג פייבער. אמעריקאנער ערוואקסענע באקומען אריין א דורכשניט פון 15 גראם פייבער, דאס איז קעגן די רעקאמענדירטע מאס פון 25 גראם פאר סתם מענטשן, און 28 גראם פאר עלטערע מענטשן פון 51 יאר און העכער. די שטודיע איז אויסגעפירט געווארן אויפ'ן געביט פון אסטעאו-ארטרייטיס, ד.מ. די ארטרייטיס וואס קומט אין די עלטערע יארן, ווען די ביינער רייבן זיך איינער אינעם אנדערן און ברענגען שמערצן. עס איז נישטא קיין קלארע רפואה, סיידן מענעדזשן דעם צושטאנד דורך מעדיצינען און איבונגען, וואס העלפן גאר אסאך, אדער א קני-ערזאץ אפעראציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל