ניו יארק סיטי – די ספעציעלע "עפטער-סקול" וואוטשערס, וועלכע ווערן גאר שטארק באנוצט דורך חרדישע פאמיליעס אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, האט באקומען זעכציג פראצענט מער פאנדינג אינעם פרישן בודזשעט אפמאך וואס ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט געשלאסן פארלאפענעם פרייטאג ביינאכט מיט'ן סיטי קאונסיל. דער בודזשעט באשטייט, ווי באריכטעט, פון 85.2 ביליאן דאלער, און דערין ליגט פרישע 10 מיליאן דאלער פאר "פּריאריטי 5" וואוטשערס וועלכע העלפן פאמיליעס מיט שוואכע פארדינסטן וועלכע קענען נישט באקומען געהעריגע וועלפעיר. לויט א שאצונג פון ניו יארק סיטי קאונסילמאן ר' דוד גרינפעלד, וועלכער האט געקעמפט פאר די פארגרעסערטע וואוטשער געלטער, זענען דא ארום 3 טויזנט פאמיליעס וועלכע קוקן ארויס דרינגליך אויף די וואוטשער הילף.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל