ניו יארק – דער "ניו יארק טיימס" האט באריכטעט פריידיג אז די נייע טאפאן-זי בריק וועלכע פארבינדט טיילן פון אפסטעיט ניו יארק מיט ניו יארק סיטי, איז שוין פולקאם פארטיג, אז מ'קען שוין פארן מיט קארס דערויף, אבער אפיציעל איז עס נאכנישט געמאלדן געווארן, וויבאלד די גאנצע בריק פראיעקט האט נאך פארשידענע טיילן וואס דארפן צוגעענדיגט ווערן איידער ס'וועט קענען געעפנט ווערן פאר'ן פובליק. דאס איז גאר פאזיטיווע נייעס, ווייל עס באדייט אז די בריק וועט פארטיג ווערן עטליכע מאנאטן פריער ווי עס איז געווען געסקעדזשועלט. דאס בויען די נייע טאפאן-זי בריק איז א פראיעקט וואס גאווערנאר קאומאו האט אונטערגענומען עטליכע יאר צוריק, צו ערזעצן די אלטע טאפאן-זי וועלכע האט זיך געעפנט פאר'ן פובליק אין 955'. דער פראיעקט פון דער נייער בריק קאסט ארום 4 ביליאן דאלער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל