די סאודישע קעניגרייך, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, עגיפטן און די סאודי געשטיצטע רעגירונגען אין באכראין און תימן האבן געמאלדן היינט אינדערפרי אז זיי האקן אפ אלע באציאונגען מיט די רעגירונג פון קאטאר, באשולדיגנדיג איר אין שטיצן אייסיס, אל קאידא און די מוסלעמענער ברודערשאפט.

די סאודיער האבן געמאלדן א זאפארטיגע פארבאט אויף קאטארישע פליגער פון נוצן די סאודיער לופט-רוים און האט באפוילן אלע אירע בירגער וואס געפונען זיך אין קאטאר צו פארלאזן דאס לאנד ביז צוויי וואכן און פארבאטן אלע קאטארישע בירגער אהיימצוקומען אין לאנד. סאודי אראביע האט פארשלאסן איר גרעניץ מיט איר שכן צו מזרח, קאטאר'ס איינציגסטע לאנד-גרעניץ זייענדיג ארומגענומען מיט די פערסישן גאלף אויף דריי זייטן.

עיטהאד און עמיראטן פלי-געזעלשאפטן, פון די גרעסטע אין מיטל מזרח און זאגאר די וועלט, ביידע באזירט אין די פאראייניגטע עמיראטן, האבן געמאלדן אז זיי שטעלן זאפארט אפ אלע פלי-רייזעס אריין און ארויס פון קאטאר. עגיפטן האט אויך פארשלאסן איר לופט-רוים פאר קאטארישע פליגער.

קאטאר, די לאנד מיטן העכסטן גראוס גאמעסטיק פראדאקשאן פער קעפיטא אין דער וועלט, א דאנק די וועלט'ס גרעסטע נאטורליכע גאז פעלד וואס זי טיילט מיט איראן, אימפארטירט 40-50% פון איר עסן געברויך דורך איר גרעניץ מיט סאודי אראביע.

די רייבערייען איז די ערגסטע געפעכט צווישן "גאלף קאאפעראציע קאונסיל" מיטגלידער, וואס רעכנט אריין; סאודי אראביע; קאוועיט; באכראין; קאטאר; די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן און אָמאן, אין די היסטאריע פון די פאראיין און פון די ערגסטע רייבערייען צווישן אראבישע לענדער זינט סאדאם האט אינוואדירט קאוועיט.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל