לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, האט נעכטן געזאגט אז מער ווי זעקס הונדערט געביידעס לענגאויס גאנץ ענגלאנד פארמאגן א ספעציפישע סארט "קלעדדינג" אלס פארב און צודעק אויף די דרויסנדיגע ווענט פון די געביידעס, וועלכע איז אומלעגאל צו נוצן אין ענגלאנד צוליב וואס ס'איז מאטעריאל וועלכע העלפט פארשפרייטן און פארשטארקערן פלאמען אין פאל פון א פייער. דער פראבלעם מיט די "קלעדדינג" איז אויפגעקומען עטליכע טעג צוריק, ווען מ'האט אנגעהויבן אויספארשן וואס ס'האט געפירט אז די ריזיגע "גרענפעל" טורעם אפארטמענט געביידע זאל אויפגיין גענצליך אין פלאמען, מיט 79 אומגעקומענע, און פרעמיער מיניסטארשע מעי זאגט אז נישט נאר וואס דער גרענפעל טורעם האט געהאט די אומלעגאלע קלעדדינג, נאר אויך הונדערטער אנדערע געביידעס פארמאגן דאס. נאכדעם ווי זי האט עס נעכטן געמאלדן, האט מען געהערט אונטערנעמונגען פון מענעדזשמענטס פון פילע פון די געביידעס, אז זיי וועלן אראפנעמען די שעדליכע קלעדדינג און עס ערזעצן מיט א לעגאלע סארט וועלכע העלפט דערשטיקן פלאמען אין פאל פון פייער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל