פּיאנגיענג – דער קוריאזער און ווילדער צפון קארעא פירער, קים יאנג אן, האט נעכטן אין א פרישן סטעיטמענט באצייכנט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ אלס "א פּסיכאפּאט". אן'ס שארפער אויסדרוק איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אין די לעצטע צוויי טעג פובליצירט עטליכע סטעיטמענטס צו פארדאמען און פארשרייען דעם ברוטאלן צפון קארעאר רעזשים איבער דעם וואס דער אמעריקאנער סטודענט אטא ווארעמביער איז געשטארבן בלויז 5 טעג נאכ'ן באפרייט ווערן פון צפון קארעא, וואו ער איז קראנק געווארן דורך א דראג וואס דער רעזשים האט אים געצווינגען צו נעמען. אין זיין סטעיטמענט, זאגט קים יאנג אן אז די גאנצע סיבה פארוואס טראמפ זוכט א קריגעריי מיט צפון קארעא, איז וויבאלד ער וויל פארטושן די וועלט'ס אויפמערקזאמקייט פון זיין דורכגעפאלענע דאמעסטישע אגענדע אינדערהיים אין וואשינגטאן.

צפון קארעא: טראמפ איז א פּסיכאפּאט

צפון קארעא: טראמפ איז א פּסיכאפּאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל