ניו יארק – דער ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא האט געשיקט א רעקאמענדאציע פאר די ניו יארק סטעיט היסטארישע ערטער רעגיסטראציע באורד, זיי זאלן ארויפשטעלן אויף דער רעגיסטראציע די געביידע פונעם "אוהב צדק יוצאי אונגארן" שוהל, וועלכע געפינט זיך אינעם אפּער וועסט סייד אין מאנהעטן. דער שוהל איז געבויעט געווארן מיט אריבער ניינציג יאר צוריק, פאר דער ספעציעלער קהילה וועלכע האט זיך געגרינדעט מיט 140 יאר צוריק, מיט'ן ציל צו געבן א ווינקעלע פון אידישקייט און תורה ומצוות פאר ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן זיך געוואלט האלטן ערליך אין די בושעווענדע טריפה'נע ווינטן פון גלות אמעריקע נאך בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג. אלס רב פונעם אוהב צדק שוהל האט געדינט הרב הילל קליין זצ"ל, נשיא כולל שומרי החומות באמעריקע, וואס איז אויך געווען פון די גרינדער פון "חברה שמירת שבת" און האט געדינט אינעם בית דין פונעם רב הכולל פון ניו יארק זצ"ל. דער אוהב צדק שוהל טראגט א היסטארישער ווערד אויך אין וועלט פון חזנות, זייענדיג דער ערשטער גרויסער שוהל וואו דער מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט ע"ה האט פארגעדאוונט פאר'ן עמוד.

בילד: גאווערנאר וויל היסטארישן סטאטוס פאר שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל