וואשינגטאן – די פאמיליע פון אטא ווארעמביער, דער אמעריקאנער סטודענט וועלכער איז אומגעקומען 5 טעג נאכ'ן באפרייט ווערן פון צפון קארעא, האט באהאלטן דעם פאקט אז זיי זענען אידיש. ווארעמביער איז פארכאפט געווארן דורך דעם צפון קארעא רעזשים מיט נאענט צו צוויי יאר צוריק, און גלייך האט די ווארעמביער פאמיליע אנגעהויבן אנווענדן אלעס וואס זיי האבן נאר געקענט, צו באפרייען זייער זוהן, אריינגערעכנט דירעקטע געשפרעכן מיט הויכראנגיקע פיגורן אינערהאלב דעם ברוטאלן רעזשים. די צפון קארעא רעגירונג האט אין זייערע קלאגעס קעגן ווארעמביער געזאגט, אז ער איז געקומען קיין צפון קארעא מיט'ן בייזוויליגן ציל צו דינען אלס א מיסיאנער פאר א קריסטליכער קירכע אין אמעריקע, און די ווארעמביער פאמיליע וואלט גלייך געקענט ארויסקומען און אפלאכן פון די רעזשים'ס באשולדיגונגען, מיט דעם פאקט אז זיי זענען א אידישע פאמיליע, טראץ וואס זיי זענען ליידער נישט קיין פולשטענדיגע שומרי תו"מ. די פאמיליע האט זיך אבער איינגעהאלטן און האט באהאלטן זייער אידישקייט, וועלנדיג אנהאלטן א גוטע און אפענע קאמיוניקאציע ליניע מיט דעם רעזשים, וואס וואלט שטארק געברויזט און פארשעמט געווארן אין פאל די ווארעמביער פאמיליע קומט ארויס אפלאכן פון דער באשולדיגונג און זאגט אז זיי זענען אידיש.

בילד: ווארעמביער פאמיליע באהאלטן אידישקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל