וואשינגטאן – נעכטן האבן די רעפובליקאנער סענאט פירער ארויסגעשטעלט זייער ביל צו אנולירן אבאמאקעיר, און גלייך איז קלאר געווארן אז זיי פארמאגן נישט די נויטיגע צאל שטימען עס צו קענען דורכפירן. דער ביל וועט ברענגען אן ענדע צום אבאמאקעיר מאנדאט, וואס באדייט אז מ'וועט מער נישט זיין געצווינגען איינצוקויפן העלט-אינשורענס, אויך וועט עס אפשטעלן דאס וואס אבאמאקעיר האט אויסגעברייטערט מעדיקעיד, און בכלל וועט עס איינצוימען דער סיסטעם פון מעדיקעיד, אז ווייניגער מענטשן וועלן אין לויף פון די קומענדיגע יארן האבן צוטריט צו מעדיקעיד. אין דער זעלבער צייט לאזט עס רוב טיילן פון אבאמאקעיר אין פלאץ, אריינגערעכנט אז ס'שטעלט אוועק פופציג ביליאן דאלער צו סטאביליזירן די אבאמאקעיר העלט-אינשורענס מארקעטס אין אלע סטעיטס – און דער טייל פונעם ביל האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי קאנסערוואטיווע סענאטארן, וואס 4 זענען שוין נעכטן ארויסגעקומען – אריינגערעכנט טעד קרוז, מייק לי, ראן דזשאנסאן און רענד פאול – זאגן אז זיי קענען נישט שטיצן דעם ביל. דאס איז אן ערנסטער פראבלעם, ווייל די רעפובליקאנער סענאט פירער דארפן האבן כמעט יעדע איינציגע רעפובליקאנער שטימע אויב ווילן זיי באשטעטיגן דעם ביל.

בילד: נישט גענוג שטימען צו באשטעטיגן טראמפ-קעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל