האוואאי – די אמעריקאנער מיסיל פארטיידיגונגס אגענטור האט דורכגעפירט א מיסיל אראפשיס פרואוו, וועלכע האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל. דער טעסט איז דורכגעפירט געווארן אינאיינעם מיט דעם יאפאנעזער מיליטער, אין די וואסערן נעבן האוואאי, וואו מ'האט פרובירט ארויסצושיסן א ספעציעלן מיסיל וואס קען אראפשיסן א באליסטישן מיסיל, אבער דער ספעציעלער מיסיל איז דורכגעפאלן, און סיי דער באליסטישער מיסיל און סיי דער אראפשיס-מיסיל זענען אריינגעפאלן אין ים. מיליטערישע באאמטע האבן שוין א חודש צוריק געווארנט קאנגרעס, אז ס'פעלט זיך אויס מער פאנדינג צו אנטוויקלען בעסערע מיסיל אראפשיס מעטאדן פאר דעם אמעריקאנער מיליטער. דער יעצטיגער טעסט איז שוין די צווייטע אזא סארט זינט פרעזידענט טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן - די ערשטע איז דורכגעפירט געווארן מיט א מאנאט צוריק און איז יא געווען סוקסעספול.

בילד: מיליטער פאלט דורך מיט מיסיל אראפשיס פרואוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל