ניו ארליענס – דער טראפישער שטורעם סינדי האט נעכטן ענדליך אנגעטראפן טרוקעניש, באפאלנדיג די גאלף שטאטן פון לואיזיאנא, אלאבאמא, דזשארדזשיע, מיסיסיפי און נאך. דער שטורעם האט זיך פארמירט אנהייב וואך אינעם אקעאן, און וועטער באאמטע האבן געהאט פאראויסגעזאגט אז ס'וועט מעגליך אנפאלן אמעריקאנער שטאטן מיט דער שטארקייט פון א האריקעין. למעשה איז עס אפגעשוואכט געווארן אין לויף פון דינסטאג און מיטוואך, און ווען עס איז אנגעפאלן די יבשה, איז עס שוין געווען אפגעשוואכט צום שטאפל פון א ״טראפישע דעפרעסיע״, אבער ס'האט נאך אלץ געברענגט עטליכע אינטשעס רעגן פון שווערע שטורעמס און אויך טארנעידאס. די וועטער עקספערטן זאגן אז עס ס'מעגליך אז די עקן פון ניו יארק וועלן שפירן אביסל אן אפעקט פון סינדי אין די קומענדיגע פאר טעג.

בילד: טראפישער שטורעם סינדי באטרעפט טרוקעניש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל