וואשינגטאן – א נייע אויספארשונג אנקעטע צייגט אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער שטיצן איינצושטעלן נייע צוימונגען אויף גאן פארקויפונגען. די פּיו ריסוירטש אנקעטע רעזולטאטן צייגן אז 80 פראצענט אמעריקאנער בירגער האלטן אז מען דארף צוימען די גאן פארקויפונגען ביי וואפנס פארשטעלונגען - וואס לויט די עקזיסטירנדע געזעצן מעג מען איינקויפן גאנס ביי די סארט פארשטעלונגען אן מוזן דורכגיין צוערשט א ״בעקגראונד טשעק״, צי מען האט א קרימינאלע אדער טעראריסטישע היסטאריע. אויך זאגן 83 פראצענט אמעריקאנער אז קאנגרעס מוז באשטעטיגן א געזעץ וואס וועט פארבאטן דאס פארקויפן גאנס פאר עמיצן וואס איז אויף דער פעדעראלער ״נאו פליי״ ליסטע. די אנקעטע קומט אין שאטן פון דער שיסעריי אויף קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס.

סטאטיסטיקס: אמעריקאנער שטיצן גאן-קאנטראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל