ניו יארק – א ניו יארק סיטי איינוואוינער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן פלאנירן צו פארן קיין טערקיי זיך אנצושליסן אין אייסיס. דער דרייסיג יעריגער סאדאם מוכאמעד ראשאני (Saddam (Adam) Mohamed Raishani) פון דער בראנקס ווערט שוין נאכגעקוקט א לענגערע צייט דורך פעדעראלע אויספארשער, נאכדעם וואס ער איז פארדעכטיגט געווארן אין האבן סימפאטיע פאר אייסיס און אנדערע טעראר גרופעס. ראשאני האט זיך פארבינדן עטליכע טעג צוריק מיט איינעם וועמען ער האט געמיינט אז יענער איז אן אייסיס רעקרוטירער, אבער אין פאקט איז יענער געווען א פעדעראלער אגענט, און ראשאני האט יענעם געזאגט אז ער דארף הילף צו קענען פארן קיין טערקיי, ווייל ער וויל זיך אנשליסן אין אייסיס. מיטוואך נאכט איז ראשאני ארעסטירט געווארן אינעם קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק סיטי, ממש איידער ער האט זיך געגרייט ארויפצוגיין אויפ'ן פליגער קיין טערקיי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל