אילינאי – עס קלינגט ווי א פאנטאזיע, שיקן א דראון צו א הארץ אטאקע געליטענעם און עס וועט אראפשטעלן א דעפיברילעיטאר, כדי די ארומיגע זאלן קענען יענעם אויפלעבן דערמיט. אבער אזוינס האט פאסירט ביי א פראבע. פארשער אין שיקאגא האבן דורכגעפירט די פראבע, אין וועלכע זיי האבן ארויסגעשיקט דראונס מיט דעפיברילעיטארס, צו אדרעסן וואו מ'האט א טאג בעפאר גערופן צוליב א "קארדיעק ארעסט" עמוירדזשענסי. ביי יעדן פאל האט מען געשיקט די דראונס פון א פייער דעפארטמענט אין די זעקס מייל פון וואו די עמורדזשענסי האט פאסירט. די פראבע האט געוויזן אז די דראונס קענען ברענגען דעפיברילעיטארס ביז 5 מינוט, קעגן די 17 מינוט אין דורכשניט וואס עס נעמט פאר אן אמבולאנס אין שיקאגא אנצוקומען צו א הארץ אטאקע עמורדזשענסי.

בילד: היילן הארץ אטאקעס דורך דראונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל