סאודי אראביע, עגיפטן, די אראבישע עמיראטן און באכרעין האבן איבערגעגעבן פאר קאטאר א דעטאלירטע ליסטע פון פארלאנגען וועלכע זיי דארפן נאכקומען אויב ווילן זיי באנייען די באציאונגען מיט די סאודישע און אראבישע קעניגרייכן. אין שפיץ פון די פארלאנגען קומט צו גענליך אפהאקן די נאנטע באציאונגען וואס זיי האבן מיוט איראן, פארטרייבן אלע מיטגלידער פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע פון לאנד און זיך צושטעלן צו די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס קעגן איראן. אפשפארן א טערקישע מיליטערישע באזע אין קאטאר און ענדיגן מיליטערישע קאאפעראציע מיט טערקיי. ענדיגן סיי וועלכע פארבינדונג אדער פינאנציעלע הילף צו ראדיקאלע מוסלעמענער גרופעס ווי כאמאס, די מוסלעמענער ברודערשאפט און נאך. קאטאר זאל דעפארטירן טעראריסטן וועלכע ווערן געזוכט דורך סאודי אראביע צו ווערן אנגעקלאגט און זאל נישט שענקן קיין אזיל רעכטן פאר קרימינאלן פון די לענדער. אפהאקן סיי וועלכע פארבינדונגען אדער שטיצע צו אפאזיציע גרופעס אין די 4 לענדער און איבערגעבן אינפארמאציע איבער אזעלכע פארבינדונגען אין די פארגאנגענהייט. זיך גענצליך צושטעלן צו די פאראיין פון גאלף לענדער איבער אלע אנלעגנהייטן פון אויסערן פאליטיק.

די מערסט דראמאטישע פארלאנג איז צו גענצליך אפשפארן די אל-דשאזירא טעלעוויזיע נעץ און אלע אנדערע נייעס קאנאלן וועלכע זענען פארבינדען דערמיט, א פארלאנג וואס עס איז שווער צו גלויבן אז קאטאר קען עס נאכקומען. די לענדער געבן 10 טעג פאר קאטאר צו נאכקומען די פארלאנגען און אויב שטעלן זיי זיך נישט צום טיש ביז דעמאלטס וועלן קומען ווייטערדיגע סאקנציעס.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל