א דעטאלירטע באריכט אין די ״וואשינגטאן פאוסט״ וויקלט אויף וויאזוי די גאנצע פרשה ארום די רוסישע העקעריי האט זיך אנטוויקלט, די באריכט זאגט אז אין אויגוסט זענען שוין די שפיאנאזש הויפטן געווען זיכער אז פוטין איז אקטיוו פערזענליך אין ארבייטן קעגן קלינטאן, אבער דעמאלטס האט די אדמינסטראציע באשלאסן צו האלטן די אינפארמאציע געהיים וויבאלד דאס וואלט פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע דיסקוסיע, די באריכט דעקט אויף וויאזוי א געהיימע גרופע אין די שפיאנאזש געמיינדע האט געארבעט א לאנגע צייט צו אויפקומען מיט די ריכטיגע נקמה אקציע דורך אריינשטעלן ״אימפלענטס״ און אגרעסיווע שפיאנאזש סאפטוועיר אין די רוסישע סיסטעמען, לויט די באריכט האט פרעזידענט אבאמא באשטעטיגט די שריט און אמעריקע האט באקומען א פוס אריין אין סענסיטיווע קאמפיוטער סיסטעמען פון רוסלאנד וועלכע זיי קענען אצינד שעדיגן אויב רוסלאנד פירט דורך סיי וועלכע ווייטערדיגע סייבער אטאקעס אויף אמעריקע. די באריכט זאגט אויך אז לעגאל דארפן די שפיאנאזש באאמטע נישט קיין באשטעטיגונג פון דעם פרעזידענט אויב זיי באשליסן צו דורכפירן א סייבער אטאקע אויף רוסלאנד וויבאלד עס איז שוין באשטעטיגט דורך פרעזידענט אבאמא.

אויפדעקונג: פרעזידענט אבאמא האט פארארדנט א ״קאנטער סייבער אטאקע״ קעגן רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל