א פארשוין אין ווירדישניע איז ארעסטירט געווארן און ווערט באשולדיגט אין פארקויפן אמעריקאנער געהיימניסן פאר כינע, דער 60 יערגיער קעווין מעלארי איז אן ארמיי וועטעראן וועלכע האט געארבעט אין די זיכערהייטס אפטיילונג פון די סטעט דעפארטמענט און האט געהאט צוטריט צו רעגירונג געהיימניסטן צוליב פארשידענע פאזיציעס וואס ער האט געהאלטן ביז 2012, מעלאריי רעדט א פליסיגן כינעזיש. ער איז געאכפט געווארן נאכדעם וואס גרעניץ אגענטן האבן אים אפגעשטעלט אין שיקאגא לופטפעלד אויף זיין וועג צוריק פון כינע און ער האט מודה געווען אז ער האט פארקויפט ווערטפולע אינפארמאציע פאר א כינעזער אינסטיטוציע וועלכע ארבייט פאר די כינעזער שפיאנאזש אגענטור, ער האט איבערגעגעבן א דיסק אין וועלכע עס זענען געווען דאקומענטן איבער אמעריקאנער פאליסי וואס ער האט געשריבן, אבער ער האט נישט פארמעקט פארשידענע אינפארמאציע וועלכע זענען רעיגירונג געהיימניסן, די קאמיוניקאציע צווישן אים און די כינזערע צייגט אז זיי האבן אים פרובירט צו באאיינפלוסן צו צוריקגיין ארבייטן פאר די רעגירונג און דינען אלס אקטיווער שפיאן.

 בילד: כינעזער שפיאן געכאפט און ארעסטירט אין ווירדשיניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל