פון: פיינע נייעס

א ריכטער אין מישיגען האט פארארדנט פאליציי און לאקאלע אויטאריטעטן צו אפהאלטן די דעפארטאציע פון 100 אימיגראנטן פון איראק וועלכע זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע אומלעגאל אדער פארבליבן לענגער ווי זייער ערלויבטע צייט, זיי זענען אין די לעצטע וואכן ארעסטירט געווארן און ווערן פארהאלטן דורך די אימיגראציע באאמטע אלס טייל פון א ברייטע קרעקדאון פון די פעדעראלע אויטאריטעטן אויף מענטשן וועלכע זענען אין אמעריקע אומלעגאל, דער ריכטער זאגט אז די איראקער בירגער קענען מעגליך זיין בארעכטיגט צו פליכטלונג סטאטוס וויבאלד זיי קענען אויסשטיין פארפאלגונגען אין איראק צוליב דעם וואס זיי געהערן צו א מינאריטעט רעליגיע וועלכע ווערט געזען דורך די איראקער אלס נישט לעגיטים, זיי זענען טייל פון ארום 200 איראקער בירגער וועלכע ווערן צוגעגערייט צו ווערן אפגעשיקט קיין איראק אלס טייל פון א אפמאך וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט געשלאסן מיט די איראקער רעגירונג אונטער וועלכע איראק איז געווארן אראפגענומען פון די ליסטע פון לענדער וועלכע שטעלן א געפאר און זענען אונטער די רייזע פארבאט. דער ריכטער האט געלייגט א אפהאלט פון צוויי וואכן אויף די דעפארטאציע ביז עס ווערט אויסגעקלארט אויב זיי שטייען אויס א געפאר ווען זיי פארן צוריק אהיים.

בילד: ריכטער אין מישיגען האלט אפ דעפארטאציע פון 100 איראקער אימיגראנטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל