מישיגען – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן אויסגעהערט טענות און ארגומענטן פון לאיערס פון מענטשן–רעכט–גרופעס וועלכע ווילן אז דער ריכטער זאל ארויסשטעלן א בלאקאדע אויף די טראמפ אדמיניסטראציע'ס נייע אונטערנעמונג צו דעפארטירן צענדליגער איראקער. מיט עטליכע וואכן צוריק האבן די פעדעראלע אימיגראציע אינפארסירונג אגענטן זיך אראפגעלאזט אין עטליכע שטעט איבער אמעריקע, הויפטזעכטליך דעטרויט, מישיגען, ארעסטירנדיג איראקער אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען קרימינאליטעטן אדער זיך אומלעגאל אויסבאהאלטן פון די אימיגראציע אויטאריטעטן נאכדעם ווי עס איז ארויסגעגעבן אויף זיי א דעפארטאציע פארארדענונג. די "עי-סי-על-יו" גרופע טענה'ט אז די איראקער וועלכע וועלן ווערן דעפארטירט צוריק אהיים קיין איראק, באלאנגען צו ארטיגע מינאריטעטן באנדעס, און וועלן דעריבער אויסשטיין פייניגונגען אין איראק, וואס וועגן דעם איז יושר'דיג אז אמעריקע זאל זיי, אמווייניגסטנס דערווייל, נישט ווייטער דעפארטירן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל