וואשינגטאן – נעכטן האבן דאקטוירים אין וואשינגטאן די-סי, אינעם שפיטאל וואו דער פארוואונדעטער קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס ווערט באהאנדלט (נאכ'ן פארוואונדעט ווערן ביי דער שיסעריי פאריגע וואך מיטוואך אינדערפרי), געזאגט אז זיין צושטאנד איז פארבעסערט געווארן פון "קריטיש" צו "גוט", אבער נאכנישט סטאביל, נאכדעם וואס ער איז פאראיבער עטליכע אפעראציעס אויף זיינע וואונדן אין די לעצטע פאר טעג. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון די עף-בי-איי אז זיי האבן געענדיגט מער ווייניגער די אויספארשונג אויפן שיסער האדזשקינסאן, און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיט טעראר גרופעס, און אויך אז ער האט נישט געהאט די מינדעסטע הילף פון אנדערע מענטשן אדער דרויסנדיגע גרופעס דורכצופירן די שיסעריי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל