וואשינגטאן – נעכטן איז פארגעקומען א דראמאטישער פארהער אינעם סענאט שפיאנאזש קאמיטע, וואו עס האבן אויפגעטרעטן הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אין דער טראמפ אדמיניסטראציע, באאמטע פונעם פעדעראלן היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, און אויך געוועזענע פעדעראלע איינגעשטעלטע, א שטייגער ווי דזשע דזשאנסאן, וועלכער האט געדינט אלס היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אונטער באראק אבאמא. די באאמטע האבן אינאיינעם באשטעטיגט די באריכטן וואס זענען פובליצירט געווארן פאריגע וואך אז די רוסן האבן פרובירט צו העקן וואל מאשינען און עלעקשאן סיסטעמען זעלבסט אין פילע אמעריקאנער שטעט. דזשענעט מאנפרא, דעפיוטי סעקרעטאר פאר סייבער סעקיוריטי אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג האט באווייזן אז עלעקשאן-פארבינדעטע סיסטעמען אין 21 סטעיטס זענען געצילט געווארן דורך העקערס. מאנפרא האט אבער געזאגט אז זי קען נישט פובליצירן די אידענטיטעטן פון די 21 סטעיטס, ווייל די פירערשאפט פון יעדע סטעיט דארף געבן ערלויבעניש.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל