מאנהעטן — ניו יארק סיטי פאליציי קאנטער טעראריזם פירער, דזשאן מילער, קריטיקירט שטארק א נייע געזעץ וואס ווערט דעבאטירט אין סיטי קאונסיל איבער פאליציי סורוועילענס. דער געזעץ פארשלאג וועט צווינגען די סיטי פאליציי ארויסצוגעבן א פונקטליכן באריכט איבער אלע סורוועילענס און שפיאנאזש מעטאדן וואס זי נוצט, וואס דער פארשלאג איז אין רעאקציע צו א פארלאנג פון מענטשן רעכטן גרופעס וועלכע ווילן זיכער מאכן אז די פאליציי פארלעצט נישט מענטשן׳ס פריוואטקייט. מיללער זאגט אבער אז דאס געזעץ וועט אויפדעקן צופיל האקעלע דעטאלן פון ניו יארק סיטי׳ס קאנטער טעראריזם אפעראציעס, און וועט טעכניש העלפן טעראריסטן צו קענען גרינגער דורכפירן אטאקעס אין ניו יארק סיטי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל