פראנקרייך – די עירבאס פירמע האט ארויסגעלייגט א נייע פארגרעסערטע ווערסיע פון איר דאפעלט-שטאקיגן עראפלאן, גערופן דער עירבאס עי. 380, זוכנדיג צו הייבן דעם פארלאנג פאר דעם גרויסן עראפלאן, וועלכע פארקויפט זיך נישט גוט. דער נייער עראפלאן פארמאגט פארשידענע פארבעסערונגען, אריינגערעכנט א נייעם סארט דעזיין פאר די שפיצן פון די פליגלען וואס מיינט אז דער עראפלאן פארנוצט מיט 4 פראצענט ווייניגער ברענשטאף. אויך פארמאגט עס א נייעם שטיגן געבוי, און א קלענערע אפטיילונג פאר די מאנשאפטן אפרו ערטער, וואס מיינט אז זי קען אריינשטעלן מער זיצן אינעם עראפלאן, וואס זי רופט אן דער "עי. 380 פלאס". עירבאס האט געמאלדן די פלענער ביי א פארשטעלונג אין פאריז, און זי זאגט אז דער נייער עראפלאן וועט האבן א מאקסימום הייבן וואג פון 578 טאנען וואס מיינט אז עס וועט קענען טראגן אדער נאך 80 פאסאזשירן אדער פליען 300 מייל לענגער ווי די ביז-יעצטיגע עי. 380.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל