סאודי אראביע – נאכדעם וואס סאודי אראביע האט אפגעריסן אלע באציאונגען מיט קאטאר מיט עטליכע וואכן צוריק, האט די סאודיער רעגירונג קלארגעשטעלט אז זיי ווילן מער נישט האבן קיין שום שייכות מיט איר קליינעם אראבישן שכן, און האנדלס–אפמאכן זענען ארויסגעווארפן געווארן, פלי-רייזעס צווישן די צוויי לענדער זענען אפגעשטעלט געווארן, און יעצט הערט מען אז עס האט זיך דערקייקלט אזוי ווייט, אז די סאודיער מלוכה האט באפוילן אז אפילו קעמלען באשעפענישן וועלכע ווערן אריינגעברענגט פון קאטאר קיין סאודי אראביע, האבן מער נישט קיין שום ארט אין איר לאנד, און מוזן דעפארטירט ווערן צוריק קיין קאטאר. די דעפארטאציע פארארדענונג אויף די קעמלען, האט געברענגט א וויי-געשריי ביים קאטארישן באפעלקערונג, און קאטארישע צייטונגען האבן אין די לעצטע פאר טעג פובליצירט מיט גרויס ווייטאג בילדער וויאזוי קעמלען דרייען זיך ארום אן קיין שום טרינקען אין די מדבריות צווישן קאטאר און סאודי אראביע, נאכדעם ווי סאודי אראביע האט "קאלטבלוטיג" ארויסגעשליידערט אזויפיל ווי פופצן טויזנט קעמלען פון אירע גרעניצן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל