ראקלענד קאונטי – א שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס אן איינגעשטעלטע קראנקן-שוועסטער אין דער "נייעק" שפיטאל אין ראקלענד קאונטי – וועלכע ווערט באנוצט דורך טויזנטער אידישע פאמיליעס פון מאנסי, קרית יואל און אידן לענגאויס די גאנצע סטעיט – האט געשריבן א מעסעדזש אויף איר סאציאלע-מידיא אקאונט, מיט העסליכע און בייסיגע אנטי-אידן קאמענטארן.

זי שרייבט ווי פאלגנד: "איך וועל זאגן וואס יעדער האט מורא צו זאגן... מיר ארבעטן און זיי נישט... זיי באהאלטן זיך אונטער זייער רעליגיע... איך בין אויסגעמאטערט אז מיינע שטייער-דאלארן זאלן גיין צו דעקן די קאסטן פון זייערע דרייצן קינדער... איך ארבעט צוויי דזשאבס, אין דער צייט וואס זיי דרייען זיך ארום און קויפן איין ביי 'לאורד ענד טעילאר' (א פאפולערע קליידער געשעפט)!!! ווען וועט זיך דאס ענדיגן? איינוואוינער פון ראקלענד קאונטי, וועקט אייך אויף!!".

אירע קאמענטארן האבן געברענגט א גרויסן שטורעם, און מערי שיניק, וויצע פרעזידענט פון "יומען ריסאורסעס" פון דער שפיטאל, האט פובליצירט א סטעיטמענט פארדאמענדיג די קאמענטארן און פארשפרעכנדיג אז די נויטיגע שריט ווערן גענומען. נאכמיטאג איז פארגעקומען א זיצונג צווישן עסקנים פון דער ארטאדאקסישער ארגאניזאציע "או-דזשעי-פּעק" מיט'ן הויפט עקזעקוטיוו פונעם שפיטאל, וועלכער האט פארזיכערט אז די שפיטאל פירערשאפט טאלערירט נישט אזעלכע סארט האס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל